The Jewish community in Greenville, NJ, was established a few years ago by a few brave families who were looking for one thing, a place they can call home without going into debt.
To establish a new Jewish community was going to be tough, but for those willing to sacrifice and take the first step, the future looked bright. Hard work, sweat, and toil were necessary from day one, but thank god in a short while we were able to see positive results. Nowadays, Greenville is a strong community and growing at a steady rate.
The tragedy which took place last month when two dear souls were so brutally ripped away from this world has left our community reeling. Although it is an occurrence that could have happened anywhere, for us, it had terrible consequences. The future of the community has taken an enormous hit. The damage and trauma which resulted from that heinous act have affected young and old.
Now we face another uphill battle to try to re-establish peace and harmony in our beloved city. How can we let the sacrifice of our brethren go to waste? The only choice for us is to regroup and come back stronger than before.
We have undertaken the building of a new community center that will house the Shul, Mikvah, and Talmud Torah. Such a move will show the world, and more importantly, the members of our community that we are here to stay, and we will continue building.
The future of a Jewish community is at a crossroads, and it is in your hands to ensure our success.
Please open your hearts and take a generous part in the emergency campaign to raise $1,000,000.00 so that we continue building our future.
Your support will ensure the continuance of a vibrant Jewish community.
נישט בלויז אונזער טרייסט דארפן זיי, נאר ענדערש אונזער הילף!
קהלה קדושה גרינוויל אין דזשערסי סיטי, איז די נייע געגרינדעטע קהלה דורך א צאל העלדישע משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן פון די גרויסע און שטארק-קאנצענטרירטע אידישע צענטערן אין ניו יארק און פארמירט א זעלבסטשטענדיגע קהלה אין די גענצליך פרעמדע סביבה.
'כל התחלות קשות' איז אן אייזענער כלל, און אויך דא. אין די צייט וואס די פערזענליכע לעבנס פון די פאמיליעס האלטן זיך נאך אינמיטן סטאביליזירן, פלאגן זיך די ציבור'ישע אינסטיטוציעס נאכמער.
דאס בית המדרש, תלמוד תורה און בית חינוך געפונען זיך אלע אין פראוועזארישע לאקאלן, וועמענ'ס קאנסעקוועצן לאזן זיך שטארק שפירן ביי די אלע פרישע איינוואוינער.
די לעצטע שוידערליכע פאסירונגען, ווען קאלטבלוטיגע מערדער האבן צוגערויבט די לעבנס פון צוויי לויטערע נפשות פון די קהלה, האט געמאכט די 'נייע' קהלה אין דזשערסי סיטי, פאר די 'ערשיטערטע' קהלה פון דזשערסי סיטי.
כדי צו שענקען פאר די ארטיגע איינוואוינער די מינימאלע געפילן פון היימליכקייט און ווארעמקייט, זיכערקייט און סטאביליטעט, פאדערט זיך אוועקצושטעלן די קהלה'ישע צענטערן – וועלכע ווערן גענוצט דורך די חברי הקהלה אויף א טאג-טעגליכע פארנעם שעפנדיג דערפון חיות און חיזוק – אויף שטאנדהאפטיגע יסודות; זיי חלש'ן צו זען זייער אנוועזנהייט אין שטאט אלס אן עמטליכע רעאליטעט.
אן עמערדשזענסי קאמפיין איז אונטערגענומען געווארן צו שאפן 1 מיליאן דאלאר דאס אויסצופירן. מיר וועלן יעצט ערמעגליכן די באלדיגע אויפבוי פון א הערליכע בית מדרש, א מקוה מהודרת און תלמוד תורה מפואר.
יעצט איז די צייט. די שטאטישע אינסטאנצן זענען יעצט אפן פאר די באדערפענישן פון די קהלה – אונזערע הערצער זענען אויך!
כלל ישראל אומעטום רופן אויס צו זייערע ברידער אין דזשערסי סיטי: מיר זענען דא מיט אייך היינט!
התנערי מעפר... ונבנתה עיר על תילה.
יעדער לייגט היינט צו א האנט, און יעדער לייגט א 'ציגל'; יעדער גיבט א הונדערטער!
0 Comments